עליזאבעט די צווייטע

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עליזאבעט די צווייטע

עליזאבעט די צווייטע (עליזאבעט אלעקסאנדרא מערי; ענגליש: Elizabeth Alexandra Mary; געבוירן דעם 21סטן אפריל 1926[ה 1]) איז די קעניגין פון זעכצן אומאפהענגיקע לענדער פון דער קאמאנוועלט: דאס פאראייניגטע קעניגרייך, קאנאדע, אויסטראליע, ניי זילאנד, דזשאמייקע, בארבאדאס, די באהאמאס, גרענאדע, פאפוא ניי גינע, די סאלאמאן אינזלען, טואוואלו, סאנט לושע, סאנט ווינצענט און די גרענאדינען, בעליז, אנטיגוע און בארבודע, און סאנט קיטס און נעוויס. זי איז דער אפיציעלער הויפט פון דער קאמאנוועלט, אן ארגאניזאציע מיט 54 מיטגליד לענדער.

אין 1947, האט עליזאבעט געהייראט פרינץ פיליפ, הערצאג פון עדינבורג. זיי האבן פיר קינדער: טשארלס, אן, אנדרו, און עדווארד.

זי איז געווארן קעניגין אין 1952 מיטן טויט פון איר פאטער, געארג דער זעקסטער. אין 2012 האט זי געהאט געדינט אלס קעניגין 60 יאר, און מען האט געהאלטן צערעמאניעס פאר איר דיאמאנטן יובל.

הערות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. זעט אויך קעניגנס אפיציעלער געבורטס־טאג